В группе Идиш - любовь моя יידיש выложили "Песенку крокодила Гены" на идише в исполнении Псоя Короленко. Большую часть текста я записал текст на слух, а добрые люди дополнили то, что я не расслышал или не понял.
אינעם שטאָט אױף די גאַסן
װי עס לױפֿן די מאַסן
און דער רעגן עס גיסט און אַ שיעור
און די מענטשן זײ גײן
און זײ גאָר ניט פֿאַרשטײן
װאָס איז הײַנט פֿאַר אַ יום-טוב בײַ מיר
דאָ איך שפּיל מיט מײַן גאַרמאָשקע
זינג אַ לידל אױפֿן ראָג
לײַדער נאָר אײן מאָל אין יאָר
קומט מײַן געבױרן-טאָג
מיט אַ מאָל קומט דער רבי
אין אַ בלױן העליקאָפּטער
און ער װײַזט אונדז אַ מוּװי אומזיסט
און ער שענקט אונדז מתנות
פֿינף הונדערט אײַס-קרים קאָנעס
און מיט מזל-טוב יעדען באַגריסט
דאָ איך שפּיל מיט מײַן גאַרמאָשקע
און איך שטיי דאָ װי אַ שמאָק
פֿאַר װאָס זשע נאָר אײן מאָל אין יאָר
קומט מײַן געבױרן-טאָג
לײַדער נאָר אײן מאָל אין יאָר
קומט מײַן געבױרן-טאָג